ברוכים הבאים
למקום שהתפללו בו רבותינו הק'
פתוח לרוחה
דער שוהל-הויף איז אפען 24 שעה א טאג, גרייט מיט אלע געברויכן פאר אייער באקוועמליכקייט און הרחבת הדעת, במשך די צייט וואס איר וויילט דא אין שטאט פוקד צו זיין די קברי צדיקים וקברי אבות.
מקוה
די מקוה און די שאוערס איז אפען צו יעדע צייט, צוגערישט מיט האנטוכער און זייף פאר אייער באקוועמליכקייט.
קאווע / איבערבייס
אויפ'ן ערשטן שטאק אין די קאך איז דא כסדר גרייט מזונות און משקאות, מיט די מעגליכקייטן אנצואווארימען און צוגרייטן מאלצייטן. קאווע און אלע צוגעהערן איז דא אינעם קאווע-שטיבל.
מאלצייטן
חוץ פון טעימה קלה וואס איז כסדר גרייט אויפן פלאץ, קען מען באשטעלן פולע מאלצייטן פאר גרופעס וכדו’.
פאר באשטעלונגען ביטע שיקט אן אימעיל צו meals@visitsiget.org